Dov-Ber Kerler's Blog
September 11, 2025
)
February 26, 2024
Avery Ozburn's Homeland of Yiddish Dialects Imposed on a Modern Map
September 10, 2023
September 14, 2021 · Shared with Publicדערלויב מיר אַ טא...
 דערלויב מיר אַ טאַפּ טאָן, אַ טאַפּטאָן דײַן נפשדײַן נפש וואָס חשקט מיט חשק פון בראשיתוואָס רײַסט זיך אַ בענטש טאָן, אַ בענטשטאָןדי וועלטפון זונען צעהעלטאון מיט שטראָמעןצעקוועלטדערלויב מיר,דערלויבמיראַנטדעקן דײַן נפשבאַפרײַען פון מאַנגלאיר קוואַליקע שפעפון אונטן, פון אויבןפון ערב בראשיתדערלויב מיר, דערלויבמיר,מײַן מקודשת
דערלויב מיר אַ טאַפּ טאָן, אַ טאַפּטאָן דײַן נפשדײַן נפש וואָס חשקט מיט חשק פון בראשיתוואָס רײַסט זיך אַ בענטש טאָן, אַ בענטשטאָןדי וועלטפון זונען צעהעלטאון מיט שטראָמעןצעקוועלטדערלויב מיר,דערלויבמיראַנטדעקן דײַן נפשבאַפרײַען פון מאַנגלאיר קוואַליקע שפעפון אונטן, פון אויבןפון ערב בראשיתדערלויב מיר, דערלויבמיר,מײַן מקודשת
  
Shared with Publicדער גרויסער נס פון דײַן באַרירפון דײַן פאַרלאַנג, וואָס איך דערשפּירפון דײַן געזאַנג, וואָס איך דערהערדערגרייכט העט ווײַט צו מיר אַהער
בעת איך, פאַרוואָרפן אין דער פרעמד,דריי זיך אַרומעט שטאַרק פאַרשעמט
ווײַל אָפּגעזונדערט, ווײַט פון דיר,אין אומדערטרעגלעך ווײַטער ווײַט --בלײַב איך פון זיך אַליין פאַרפירטחוכא ותּלולה פאַר די לײַט
נאָר כּלא־ידע בלײַבן זייווײַל עלנט שטיל איז מײַן געווייןהגם איך פיל, דערהער, דערשפּירדעם גרויסן נס פון דײַן באַריר
April 7, 2018 · Shared with Public
 ס'גייט אויס די נשמה, מיין ליבע, נאָך דירדי גראַמען צעקלינגען זיך קויםאַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרווירטאויף נאַקעטן צווייגל פון בויםצי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנגצו קומען, מיין ליבע, צו דירצי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנגפון ליד וואָס זיין טיאָכקע ס'פאַרלירטס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,און ס'האַרץ זיך אויפרייסן איז גרייטאַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּטאָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייטצי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינטצו לינדערן מילד דעם פארלאַנגצי קאָן ער פאַרוואַנדלען דעם ווייטאָג־און־ווינדאין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנג
ס'גייט אויס די נשמה, מיין ליבע, נאָך דירדי גראַמען צעקלינגען זיך קויםאַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרווירטאויף נאַקעטן צווייגל פון בויםצי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנגצו קומען, מיין ליבע, צו דירצי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנגפון ליד וואָס זיין טיאָכקע ס'פאַרלירטס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,און ס'האַרץ זיך אויפרייסן איז גרייטאַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּטאָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייטצי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינטצו לינדערן מילד דעם פארלאַנגצי קאָן ער פאַרוואַנדלען דעם ווייטאָג־און־ווינדאין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנגMay 10, 2019 · Shared with Public
 \אויסרעדאַגירט\ס'גייט אויס די נשמה...(מען קאן דאָס זינגען לויט דער מעלאָדיע פון "מאַרגאַריטקעס")ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דירדי גראַמען צעקלינגען זיך קויםאַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרלירטאויף נאַקעטן צווײַגל פון בויםצי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנגצו קומען, מײַן ליבע, צו דירצי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנגפון ליד וואָס זײַן טיאָכקע כ'דערשפּירס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,און ס'האַרץ זיך אויפרײַסן איז גרייטאַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּטאָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייטצי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינטצו לינדערן ווייטאָג מיט קלאַנגצי קאָן ער פארוואַנדלען די צײַט וואָס פאַרשווינדטאין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנגס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיראיר ליד ווערט פאַרשטומט אינעם רויםאַ פויגל פאַריאָמערט מיט פליגל צעפירטאויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים
\אויסרעדאַגירט\ס'גייט אויס די נשמה...(מען קאן דאָס זינגען לויט דער מעלאָדיע פון "מאַרגאַריטקעס")ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דירדי גראַמען צעקלינגען זיך קויםאַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרלירטאויף נאַקעטן צווײַגל פון בויםצי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנגצו קומען, מײַן ליבע, צו דירצי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנגפון ליד וואָס זײַן טיאָכקע כ'דערשפּירס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,און ס'האַרץ זיך אויפרײַסן איז גרייטאַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּטאָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייטצי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינטצו לינדערן ווייטאָג מיט קלאַנגצי קאָן ער פארוואַנדלען די צײַט וואָס פאַרשווינדטאין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנגס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיראיר ליד ווערט פאַרשטומט אינעם רויםאַ פויגל פאַריאָמערט מיט פליגל צעפירטאויף נאַקעטן צווײַגל פון בויםMarch 5, 2019 · Shared with Public
 געקומען אינדערפרי דיך קושן כ'אײַל זיךאויך גרייכנדיק העט שפּעט צו דיר דעם קײַלעךפון מײַן פאַרלאַנג דערלאַנג איך דיר, מײַן ליבע,און האָפן כ'האָף אַז כ'ווער דיר ניט דערווידער.זיך טוליענדיק צו מיר, הייבסט אָן צו פליעןאון אומעט מיטן טרויער רײַסן קריעהווײַל דו אין מיר און איך אין דיר פאַרוואַנדלטדערפליען צו די אייביק בלויע ראַנדןאון אין דעם בלאָ פון געטלעכער נגינהדערגרייכט צום תוך פון מענטשלעכן געוואַנדלדערלאַנגען מיר צום אומזינס קלאָרן זינעןוואו פאַוועס גריסן ראַזישנקעס מיט מאַנדלעןגעזען זיך אויף א ווײַל און גלײַך געפאַנגעןדו – מיר אין ליד. איך – דיר אין די געזאַנגען
געקומען אינדערפרי דיך קושן כ'אײַל זיךאויך גרייכנדיק העט שפּעט צו דיר דעם קײַלעךפון מײַן פאַרלאַנג דערלאַנג איך דיר, מײַן ליבע,און האָפן כ'האָף אַז כ'ווער דיר ניט דערווידער.זיך טוליענדיק צו מיר, הייבסט אָן צו פליעןאון אומעט מיטן טרויער רײַסן קריעהווײַל דו אין מיר און איך אין דיר פאַרוואַנדלטדערפליען צו די אייביק בלויע ראַנדןאון אין דעם בלאָ פון געטלעכער נגינהדערגרייכט צום תוך פון מענטשלעכן געוואַנדלדערלאַנגען מיר צום אומזינס קלאָרן זינעןוואו פאַוועס גריסן ראַזישנקעס מיט מאַנדלעןגעזען זיך אויף א ווײַל און גלײַך געפאַנגעןדו – מיר אין ליד. איך – דיר אין די געזאַנגעןNovember 14, 2018 · Shared with Public
 דער הייסער גלי פון דײַן פאַרלאַנגאיז מײַן געראַנגל, מײַן געזאַנגדאָס אויסגעשריי פון דײַן פאַרלוסטבריט אָן אַן אויפהער מיר אין ברוסטאון אַלץ וואָס איז געווען אַמאָלמיט אַלץ וואָס וועט אַמאָל נאָך זײַןווערט צוגעקאָוועט אײַזן־שטאָלצו דײַן אומענדלעך עכטער שײַןאון ווייסן ווייס איך – ביזקל סוףכּל־זמן די וועלט אַ קיום האָט(פאַר פרעכקייט מײַנער מיך ניט שטראָף):דו ביסט מײַן טײַוול און מײַן גאָטאון איך בין דיר – אַן אַדערויףפון אַלץ וואָס חן און זין פאַרמאָגט
דער הייסער גלי פון דײַן פאַרלאַנגאיז מײַן געראַנגל, מײַן געזאַנגדאָס אויסגעשריי פון דײַן פאַרלוסטבריט אָן אַן אויפהער מיר אין ברוסטאון אַלץ וואָס איז געווען אַמאָלמיט אַלץ וואָס וועט אַמאָל נאָך זײַןווערט צוגעקאָוועט אײַזן־שטאָלצו דײַן אומענדלעך עכטער שײַןאון ווייסן ווייס איך – ביזקל סוףכּל־זמן די וועלט אַ קיום האָט(פאַר פרעכקייט מײַנער מיך ניט שטראָף):דו ביסט מײַן טײַוול און מײַן גאָטאון איך בין דיר – אַן אַדערויףפון אַלץ וואָס חן און זין פאַרמאָגטJuly 1, 2020 · Shared with Public
 דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנטמ'דערזעט שוין באַלד די שטערןדאָס טאָג געיעג ווערט ווידער ווײַטדי שטילקייט טוט זיך מערןאון ס'עקט דער אָוונט זיך מיט נאַכטבעת זעלטן וואו לאַמטערןצעפינקלט שפּרייט פון ליכט די פּראַכטמיט חשכות טוט זיך ווערןאון אין דעם מונטערן פאַרגאַנגפון לאַנגן בין־השמשותליכטיקט אין דיר טיף דער פאַרלאַנגצו גרייכן צום ממשותדאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנטביז העלע זון אויפסנײַ דערשײַנט.
דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנטמ'דערזעט שוין באַלד די שטערןדאָס טאָג געיעג ווערט ווידער ווײַטדי שטילקייט טוט זיך מערןאון ס'עקט דער אָוונט זיך מיט נאַכטבעת זעלטן וואו לאַמטערןצעפינקלט שפּרייט פון ליכט די פּראַכטמיט חשכות טוט זיך ווערןאון אין דעם מונטערן פאַרגאַנגפון לאַנגן בין־השמשותליכטיקט אין דיר טיף דער פאַרלאַנגצו גרייכן צום ממשותדאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנטביז העלע זון אויפסנײַ דערשײַנט.April 8, 2020 · Shared with Public
 כ'האָב ניט געוואוסטאון כ'האָב געוואוסטאונטער דער הויטטיף, טיף אין ברוסטאַז דו ביסט דאָאַז איך זוך דיךדי אויגן דײַנעדײַן געזיכטאַז ערשט מיט דירמיט דיר, מיט דירוועל איךגעפינען גלײַכגעוויכטאַז אָפן איז פאַר מיר דײַן טירדײַן בליקדײַן האַרץ, דײַן גוףדײַן דיךכ'האָב ניט געוואוסטנאָר כ'האָב געפילטאָן דיר איז פּוסטאון אויסגעשפּילטמײַן קולמײַן קלאַנגאון מײַן געזאַנגאָן בויגזאַמקייטפון דײַן פאַרלאַנגאָן דעם געפאַנגפון דײַן באַרירווי ווייניק בין איך ווערט אָן דיראָן דײַנע הענטפרעכע פאַרשעמטוואָס ראַטעווען מיךאויס דעם קלעםכ'האָב ניט געוואוסטכ'האָב ניט געאָנטאַז זײַן אָן דירכ'האָב ניט געקאָנטאון אָט אַצינד דײַן ליכט איז גרויסאָן דירכ'בין בלינד,פאַרחושכט, אויסאיז זאָג איך דירקום, קום אַרויספרימאָרגן בענטשט אונדז באַלד מיט טוימיט טוי פון געטלעכן באַשאַףאף על פּי כןכן על פּי אף
כ'האָב ניט געוואוסטאון כ'האָב געוואוסטאונטער דער הויטטיף, טיף אין ברוסטאַז דו ביסט דאָאַז איך זוך דיךדי אויגן דײַנעדײַן געזיכטאַז ערשט מיט דירמיט דיר, מיט דירוועל איךגעפינען גלײַכגעוויכטאַז אָפן איז פאַר מיר דײַן טירדײַן בליקדײַן האַרץ, דײַן גוףדײַן דיךכ'האָב ניט געוואוסטנאָר כ'האָב געפילטאָן דיר איז פּוסטאון אויסגעשפּילטמײַן קולמײַן קלאַנגאון מײַן געזאַנגאָן בויגזאַמקייטפון דײַן פאַרלאַנגאָן דעם געפאַנגפון דײַן באַרירווי ווייניק בין איך ווערט אָן דיראָן דײַנע הענטפרעכע פאַרשעמטוואָס ראַטעווען מיךאויס דעם קלעםכ'האָב ניט געוואוסטכ'האָב ניט געאָנטאַז זײַן אָן דירכ'האָב ניט געקאָנטאון אָט אַצינד דײַן ליכט איז גרויסאָן דירכ'בין בלינד,פאַרחושכט, אויסאיז זאָג איך דירקום, קום אַרויספרימאָרגן בענטשט אונדז באַלד מיט טוימיט טוי פון געטלעכן באַשאַףאף על פּי כןכן על פּי אףבאריס קארלאווJuly 8, 2017 · Shared with Public
 שוין צו שפּעט צו שלאָפן,כאַפּ זיך, בעסער, אויף,נעם שרײַב־אויף די סטראָפן,דײַן ליבער מוזעס רוף:"יעדער אַטאָם אָטעמט,יעדער שפּאַן זיך שפּינטצווישן שײַן און שאָטן,צווישן בלום און בין.כאַפּ זשע אויף זיך, ליבער,מונטער שטעל זיך אויףווערטער ווערן לידער,נשמהדיק – דער גוף."נאָר ווי זשע זאָל איך, ליבע,זיך אָפּטרייסלען פון שלאָףקומסט דאָך אַהין אַריבערצו חלום ווי צום סטראָף?אין פיבער פון מײַן בענקשאַפט,אין טרוים פון מײַן געזאַנגדער וואָר אַליין ז'צו ענג שויןצו לעשן דעם פאַרלאַנג – צו זײַן מיט דיר אינאיינעם,מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר,בעת ווײַטקייטן צעשיידןאונדז ביידן אָן אַ שיעור."גענוג, גענוג שוין שלאָפן",די מוזע רוימט מיר אײַן,גוטהאַרציק טוט זי האָפןאַז כ'וועל אַ מענטש נאָך זײַן.[image error][image error]All reactionAugust 6, 2018  · Shared with Public
שוין צו שפּעט צו שלאָפן,כאַפּ זיך, בעסער, אויף,נעם שרײַב־אויף די סטראָפן,דײַן ליבער מוזעס רוף:"יעדער אַטאָם אָטעמט,יעדער שפּאַן זיך שפּינטצווישן שײַן און שאָטן,צווישן בלום און בין.כאַפּ זשע אויף זיך, ליבער,מונטער שטעל זיך אויףווערטער ווערן לידער,נשמהדיק – דער גוף."נאָר ווי זשע זאָל איך, ליבע,זיך אָפּטרייסלען פון שלאָףקומסט דאָך אַהין אַריבערצו חלום ווי צום סטראָף?אין פיבער פון מײַן בענקשאַפט,אין טרוים פון מײַן געזאַנגדער וואָר אַליין ז'צו ענג שויןצו לעשן דעם פאַרלאַנג – צו זײַן מיט דיר אינאיינעם,מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר,בעת ווײַטקייטן צעשיידןאונדז ביידן אָן אַ שיעור."גענוג, גענוג שוין שלאָפן",די מוזע רוימט מיר אײַן,גוטהאַרציק טוט זי האָפןאַז כ'וועל אַ מענטש נאָך זײַן.[image error][image error]All reactionAugust 6, 2018  · Shared with Public אין יעדן קלאָנג, אין יעדן שאָרךדערשפּירסט דעם דראַנגצו נאָך, צו נאָךאין יעדער תנועה – אַ געזאַנגאין יעדן אָפּהילך – אַ פאַרלאַנגאון טאָמער קומט שוין אָן די שעהווען אַלץ איז דאָנאָר דו – ניטאָפאַרבלייבן בלייבט דעם בוראס האָרךצו יעטוויד קלאַנגצו יעטוויד שאָרך
אין יעדן קלאָנג, אין יעדן שאָרךדערשפּירסט דעם דראַנגצו נאָך, צו נאָךאין יעדער תנועה – אַ געזאַנגאין יעדן אָפּהילך – אַ פאַרלאַנגאון טאָמער קומט שוין אָן די שעהווען אַלץ איז דאָנאָר דו – ניטאָפאַרבלייבן בלייבט דעם בוראס האָרךצו יעטוויד קלאַנגצו יעטוויד שאָרך February 12, 2019 · Shared with Public
 די גראַמען צעקרישלען זיך פּלוציםאון ס'דאַכט אַז דאָס פליען ווערט שווערדער אָטעם מיט לונגען צעבוצקעטדער אַטאָם – באַלד שפּאַלט זיך אויך ערנאָר אָט – טרעפט אַ נס – דו, דערהיט איםדעם וואונדער פון בלויען באַגיןדעם בראשית־פאַרלאַנג אַלגאָריטםפון טרוים וואָס באַפליגלט דעם זין און ס'ווערט דיר דאָס פליען געהאָלפןדי פליגל באַוועגן זיך גרינגדי ווײַטקייטן מער ניט צעוואָרפןצעווישן אַטהער און אַטהין. די גראַמען זיך קרישלען נאָר פּלוצים:וואָס קרישלען, ווען קרישלען? – תּרוצים!.
די גראַמען צעקרישלען זיך פּלוציםאון ס'דאַכט אַז דאָס פליען ווערט שווערדער אָטעם מיט לונגען צעבוצקעטדער אַטאָם – באַלד שפּאַלט זיך אויך ערנאָר אָט – טרעפט אַ נס – דו, דערהיט איםדעם וואונדער פון בלויען באַגיןדעם בראשית־פאַרלאַנג אַלגאָריטםפון טרוים וואָס באַפליגלט דעם זין און ס'ווערט דיר דאָס פליען געהאָלפןדי פליגל באַוועגן זיך גרינגדי ווײַטקייטן מער ניט צעוואָרפןצעווישן אַטהער און אַטהין. די גראַמען זיך קרישלען נאָר פּלוצים:וואָס קרישלען, ווען קרישלען? – תּרוצים!.September 8, 2020
כּכלות הכּל
  
  
.
  
  
כ'האָב לאַנג ניט פאַרשטאַנען וואָס מיינט דאָס דאָס אייביקע לעבן,
די שטערן – מסתּמא זיי וועלן אַן ענטפער מיר געבן
און אפשר די ביימער די אַלטע, וואָס ווילן ניט פאַלן,
צי שטיינער אוראַלטע, וואָס היטן דער וועלטס מינעראַלן?
די שוימיקע וואָלקנס אַלץ שוועבן און שוועבן לנצח,
פון כוואַליעס ווי קאָלטנס דער ים אַלץ כּסדר צעגלעט זיך,
אפילו דאָס פייגל געזאַנג וועט זיך אייביקלעך הערן,
נאָר וואָס מיינט אַן אייבעקער גאַנג ווער קאָן עס דערקלערן?
וואָס פּלאַפּלסטו דאָרט? טוט אַ זאָג מיר מײַן קול אינעווייניק
זוכסט אויס אייביק אָרט פאַר אַלץ וואָס איז ברעכיק און בייניק?
אל דאגה, ניט אַלץ מוז זײַן קלאָר און ניט אַלץ מיר פאַרשטייען
נאָר קלאַפּן קלאַפּט פאָרט דער וועלטס האַרץ אין פריידן און ווייען –
אפילו ווען אַלץ גייט אַוועק און פאַרגייט מיטן שטאַרבן,
בלײַבט דאָס לעבן אַליין אַלץ אויף אייבקער אייביקייט אַרבן
  
☺️.
16פּאַעט צי דיכטער
  
  
  
.
  
פּאַעט — 
בפרט אַ יונגער —
קלינגט טאַקע שטאָלץ 
און איך בײַם שוועל 
פון ווערן עלטער 
פון זיך אַליין
צעהאַק גאַנץ מונטער 
דאָס מעטאַפאָרן האָלץ
כ׳טו זיך באַמיען
אַז הויך אין הימל 
ס׳זאָלן שפּענער 
פליען
און פאַלן קריק
ווי רעגנדיקער גאַלד
פון מילדע שטראַלן
און דיכטער —
קלינגט 
אַ ביסקעלע פאַרפאַלן
אין רײַפקייט זײַנער, ניכטער
שלײַכט ער זיך
אַלץ ווײַטער
סטאַטעטשנע קרום
דעם גרויסן סוד 
און זײַן געזאַנג
באַגרײַפט ער
מיט ווערטער, 
און מיט
קלאַנגען שטראָם 
ביז ער 
אַנטשטומט
דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
  
  
.
  
דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
מ'דערזעט שוין באַלד די שטערן
דאָס טאָג געיעג ווערט ווידער ווײַט
די שטילקייט טוט זיך מערן
און ס'עקט דער אָוונט זיך מיט נאַכט
בעת זעלטן וואו לאַמטערן
גיסט פינקלדיק פון ליכט די פּראַכט
מיט חשכות טוט זיך ווערן
און אין דעם מונטערן פאַרגאַנג
פון לאַנגן בין־השמשות
ליכטיקט אין דיר טיף דער פאַרלאַנג
צו גרייכן צום ממשות
דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
ביז העלע זון אויפסנײַ דערשײַנט
.
אַזאַ מין ליד
  
  
.
  
דו ווייסט, ס'איז דאָ אַזאַ מין ליד,
וואָס לאָזט זיך ניט דערגרייכן
סײַדן צו מיר דײַן שמייכל בליקט
פון נידער, פון די הייכן
און ווען דײַן שמייכל שענקסטו מיר
פאַרגעסנדיק די צרות
וואוילקלאַנגעוודיק אויף אַלע פיר
אַ ניגון טוט אַ קלאָרער
פּאַוואָלינקע אַ קריך אַרײַן
אין מײַנע דלד אמות
קומט דאַן אַרויס אויף העלער שײַן
דאָס ריינסטע ליד פון אַלע
דו ווייסט ס'איז דאָ אַזאַ מין ליד
דאָס ליד דאָס סאַמע, סאַמע
.
4July 9
  
  
  
.
  
איך ווייס, איך ווייס, רק דו ביסט דאָך דאָס סאַמע דאָס
פון יאָרן לאַנגע אויסגעשיילט אָן אַ פאַרוואָס
אין טרוימען שפּעטע אויסגעדאַכט אָן אַ פאַרווען
אַבי צו דיר, צו דיר כ'דערפלי, דיך צו דערזען
אַ פויגל פאַלט אינמיטן פלי, איך – ווײַטער פלי – 
פון ווײַטן דאָרט צו העלן הי דערטראָג מײַן וואָרט
און ווייסן ווייס איך, סוף כּל סוף, סײַ־ווי, סײַ־ווי –
וועט מקום אונדז באַשערן ס'אויסגעבענקטע אָרט
נשמה טוט ניט דרעמלען קיינמאָל, קיינמאָל ניט
ווײַל ווייסן ווייסט זי, דו ביסט דאָ, ביסט דאָ פאַרוואָר
און טראָגן טראָגט זי אונטער דיר דעם רײַפסטן צוויט
פון דעם געזאַנג, דעם ליד וואָס גליט מדור־לדור
איך ווייס, איך ווייס, אָט־אָט עס קומט בײַ דיר קאַיאָר
בײַ מיר ערשט שפּעט נאָר איך דערוואַרט דעם פייגל כאָר
ים און קינד
  
  
.
  
גיי קוקן אויפן ים
באַוואונדער זײַן גרויס תכלית
אַלץ וואַקלט זיך ניט סתּם,
די וועלט טוט זיך שהכּלען
אַ בוים, אַ גראָז, אַ קוסט 
מיט פרייד אין יעדן וואַקל
פילט אָן ביז טיף דײַן ברוסט
דער בריאהס הכּל־בכּל
גיי קוקן, גאַפן, זען
באַנעם דעם גרויסן וואונדער
ווי מעכטיק ז'מלא־חן
דער כוואַליע־לויף אַצונדערט
עס רוישט אין דיר דער ים
די גרויסקייט אין אַ פּינטל
וואָס פינקלט נאָך מסתּם
אַרויס פון טיפער קינדהייט
  
  
אין וואַסער הימל
טיף, טיף
דאָרט שווײַגט
אַ פלאַמיק לידל
וואָס מאַכן קאָן
אַ תּל פון אַלץ
פון ברעקל גאָרנישטס
פון שטיקל האַרץ 8
Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 6 others
  
  
געדענקסטו, ים, מיר האָבן זיך געטראָפן? – 
איך, מיט מײַן גאָרנישט, סתּם,
דו, מיט דײַן וועלטס אין־סופן?
ווי רוישיק פײַער־פלאַם
די כוואַליעס דײַנע קאָכן,
ווי נישטיק איז מײַן גראַם
געוואָרן מיטגעבאָכן
מיט זייער ווירבל
אויף דער פלאַך פון טיפער טיפקייט
געדענקסטו, ים, 
די פרייד פון ברויזנדיקער אומגעריכטקייט?
דאַכט זיך וואָס
  
  
  
.
  
דאַכט זיך וואָס, עס ווערט אַ ליד געבאָרן
שיילט זיך אויסעט ווי פון זיך אַליין
קלאַנגען, אותיות ציען ניגון קלאָרן
שמייכל וואָס צעציט זיך ביז געוויין
דאַכט זיך וואָס, די גראַמען זיך צעפלעכטן
שיער ניט סתּם אַזוי אינמיטן גאַנג
ערגעצוואו פאַרנעפּלט צאַרטקייט עכטע
צווישן שטאַמלענישן און געזאַנג
קומט צום שפּעטן אויסגעבענקטן שכל:
ס׳איז מסתּם ניט אַלץ גלאַט אויסגעדאַכט
די לבנה, איר געטרײַע ווייכקייט 
שענקט איר בליק בײַם סאַמע ראַנד פון נאַכט
דאַכט זיך וואָס, אָט באַלד אַ נײַער שחרית
קומט פאַרזיווגן דעם סתּם מיט תכלית

 


