דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט



.


באריס קארלאווJuly 1 · 

דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
מ'דערזעט שוין באַלד די שטערן
דאָס טאָג געיעג ווערט ווידער ווײַט
די שטילקייט טוט זיך מערן

און ס'עקט דער אָוונט זיך מיט נאַכט
בעת זעלטן וואו לאַמטערן
גיסט פינקלדיק פון ליכט די פּראַכט
מיט חשכות טוט זיך ווערן

און אין דעם מונטערן פאַרגאַנג
פון לאַנגן בין־השמשות
ליכטיקט אין דיר טיף דער פאַרלאַנג
צו גרייכן צום ממשות

דאָס איז דאָס לעצטע ליד אויף הײַנט
ביז העלע זון אויפסנײַ דערשײַנט

.

10 

 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 11:27
No comments have been added yet.