ים און קינד



.


באריס קארלאווJuly 16 · 

גיי קוקן אויפן ים
באַוואונדער זײַן גרויס תכלית
אַלץ וואַקלט זיך ניט סתּם,
די וועלט טוט זיך שהכּלען

אַ בוים, אַ גראָז, אַ קוסט 
מיט פרייד אין יעדן וואַקל
פילט אָן ביז טיף דײַן ברוסט
דער בריאהס הכּל־בכּל

גיי קוקן, גאַפן, זען
באַנעם דעם גרויסן וואונדער
ווי מעכטיק ז'מלא־חן
דער כוואַליע־לויף אַצונדערט

עס רוישט אין דיר דער ים
די גרויסקייט אין אַ פּינטל
וואָס פינקלט נאָך מסתּם
אַרויס פון טיפער קינדהייט

8Moysha (Moisei) Lemster, Alec Elíeser Burko and 6 others



באריס קארלאווJuly 15 · 
אין וואַסער הימל
טיף, טיף
דאָרט שווײַגט
אַ פלאַמיק לידל
וואָס מאַכן קאָן
אַ תּל פון אַלץ
פון ברעקל גאָרנישטס
פון שטיקל האַרץ 8

Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 6 others 



באריס קארלאוו‎ shared a memory.July 14 · 

געדענקסטו, ים, מיר האָבן זיך געטראָפן? – 
איך, מיט מײַן גאָרנישט, סתּם,
דו, מיט דײַן וועלטס אין־סופן?
ווי רוישיק פײַער־פלאַם
די כוואַליעס דײַנע קאָכן,
ווי נישטיק איז מײַן גראַם
געוואָרן מיטגעבאָכן
מיט זייער ווירבל
אויף דער פלאַך פון טיפער טיפקייט
געדענקסטו, ים, 
די פרייד פון ברויזנדיקער אומגעריכטקייט?




 •  0 comments  •  flag
Share on Twitter
Published on September 08, 2020 08:24
No comments have been added yet.